Affinity Health Plan

  • Enriched Health
  • לייענען אין: ענגליש | שפּאַניש | כינעזיש | רוסיש | ייִדיש

    Affinity 'ס Enriched Health איז א נייע העלט פלאן וואס שטעלט צו א בעסערע בענעפיטן אויסוואל פאר Medicaid-בארעכטיגטע מעמבערס מיט פארצווייגטע ביהעוויארעל העלט געברויכן. דער פלאן שליסט איין דעקונג פאר אלע Medicaid בענעפיטן און סערוויסעס אזוי ווי דאקטער באזוכן, עמערדזשענסי באהאנדלונג, לאבאראטאריע אונטערזוכונגען, און פרעסקריפשאן מעדיצינען אין צוגאב צו א בעסערע בענעפיטן אויסוואל פון האום און קאמיוניטי-באזירטע סערוויסעס (HCBS). Beacon Health Options שטעלט צו ביהעוויארעל העלט און סובסטאנץ אביוז סערוויסעס פאר אונזערע מעמבערס, אזוי ווי:

    • סובסטאנץ באנוץ דיסארדער סערוויסעס (אינפעישאנט און אוטפעישאנט באהאנדלונג, דיטאקס סערוויסעס און מער)
    • אינדיווידועלע און גרופע קאונסלינג
    • פערזענליכע ערהוילונג אריענטירטע סערוויסעס
    • אסערטיוו קאמיוניטי באהאנדלונג
    • און נאך

    זעט א פולשטענדיגע ליסטע פון ביהעוויארעל העלט סערוויסעס. פאר נאך ריסאורסעס, באזוכט BeaconHealthStrategies.com.

    זעט די פרעסקריפשאן פארמיולערי.

    קעיר מענעדזשמענט איז א וויכטיגע טייל פון Enriched Health.
    מיט Enriched Health, וועט א העלט האום ווערן אוועקגעשטעלט אלס אייער צענטער פון באהאנדלונג. אייער העלט האום וועט באשטימען א געטרייער קעיר מענעדזשער וועלכער וועט קאארדינירן אלע אייער פיזישע און ביהעוויארעל העלט געברויכן און וועט פארשרייבן א פלאן פון באהאנדלונג צוגעפאסט פאר אייך פערזענליך. אייער קעיר מענעדזשער וועט אויך אפשאצן אייער געברויך פאר האום און קאמיוניטי באזירטע סערוויסעס (HCBS) וועלכע קענען אריינרעכענען:

    • האוזינג הילף
    • עדיוקעישאן סערוויסעס
    • ארבעטספלאץ סערוויסעס
    • סטרעס מענעדזשמענט
    • און נאך

    Affinity 'ס Enriched Health העלפט אייך באקומען די קאמבינאציע פון סערוויסעס וואס טויג אמבעסטן פאר אייך. קוקט איבער אונזער ברייט-פארצווייגטע ליסטע פון העלט האומס.

    ווער קען זיך אנשליסן אין Enriched Health?
    Medicaid מעמבערס וועלכע זענען 21 יאר אלט און העכער און האבן באקומען א בריוו פון ניו יארק סטעיט וועלכע מעלדט זיי וועגן זייער בארעכטיגונג.

    פאר מער אינפארמאציע איבער Enriched Health, ביטע קוקט אינעם מעמבער האנטביכל.
    אדער רופט 866-247-5678, TTY 800-662-1220.