Affinity Health Plan

  • Enriched Health
  • לייענען אין: ענגליש | שפּאַניש | כינעזיש | רוסיש | ייִדיש  

    בלויז Enriched Health מעמבערס

    פסיכא-סאשעל רעהאביליטאציע (PSR): רעהאביליטאציע קאונסלינג און אנדערע אקטיוויטעטן צו העלפן מענטשן פארמינערן דעפיציטן אין פונקציאנירונג און זיך באפאסן מיט באגרעניצונגען וואס זענען פאראורזאכט געווארן דורך זייער ביהעוויארעל העלט צושטאנד.

    קאמיוניטי פסיכיאטרישע סופארט און באהאנדלונג (CPST): קורץ-טערמיניגע, מאביל אינטערווענשאנס, געצילט אויף צו עררייכן א ספעציפישער פלאן פון קעיר צילן, געמאכט פאר מענטשן וועלכע האבן נישט פולשטענדיג גענאסן פון סייט-באזירטע פראגראמען.

    האביליטאציע\רעזידענשל סופארט: טרענירונגען צו העלפן מענטשן אנטוויקלען די פעאיגקייטן וואס זענען נויטיג כדי צו קענען ערפאלגרייך וואוינען אין האום און קאמיוניטי באזירטע אומגעגנטן, אריינגערעכנט קאמוניקאציע, זעלבסט-הילף, און אנווייזונגען אויף טאג-טעגליכע אקטיוויטעטן.

    פאמיליע סופארט און טרענירונג: טרענירונגען צו העלפן פאמיליעס אנטיילנעמען אין עמיצנ'ס באהאנדלונג און ערהוילונג פראצעדור.

    מאביל קריזיס אינטערווענשאן: סערוויסעס פאר מענטשן וועלכע גייען דורך אדער זענען אין באלדיגן געפאר פון דורכגיין א פסיכיאטרישן קריזיס, אויסגעשטעלט אפצושטעלן דעם קריזיס און צושטעלן זאפארטיגע לעזונג.

    קורץ-טערמיניגע קריזיס רעספיט: קורץ-טערמיניגע אינטערווענשאן פאר מענטשן וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו פראבלעמען וועלכע קענען פאראורזאכן א פארערגערונג פון זייער ביהעוויארעל העלט סימפטאמען וועלכע פארלאנגען אָן-סייט סופארט.

    אינטענסיוו קריזיס רעספיט: קורץ-טערמיניגע וואוינארט אינטערווענשאן פאר מענטשן וועלכע שטייען פאר אן ערנסטע ביהעוויארעל העלט קריזיס, ווי זעלבסטמארד אדער מערדערישע געדאנקען, אדער שטארקע פארערגערונג פון זייער ביהעוויארעל העלט סימפטאמען.

    עמפאוערמענט סערוויסעס- פיער סופארט: פריינט-דערלאנגטע סערוויסעס צו מוטיגן באהאנדלונג פון ביהעוויארעל העלט סימפטאמען, געצילט אויף נאטורליכע סופארט און ערהוילונג פרינציפן.

    נישט-מעדיצינישע טראנספארטאציע: טראנספארטאציע סערוויסעס וועלכע מען דארף האבן כדי מענטשן זאלן קענען באקומען צוטריט צו אנדערע HCBS סערוויסעס (בלויז פאר נישט-רוטינע סערוויסעס, נישט פאר אנגייענדע באהאנדלונג).

    איידער-ארבעט סערוויסעס: סערוויסעס צוצוגרייטן א מענטש פאר באצאלטע אדער אומבאצאלטע ארבעט. שטעלט צו לערנונג און ארבעטס ערפארונג כדי צו העלפן אנטוויקלען אלגעמיינע פעאיגקייטן.

    טראנזישאנעל עמפלוימענט: סערוויסעס צו שטארקן א מענטשנ'ס ארבעטס-רעקארד און זיי צוגרייטן פאר קאנקורירנדע ארבעט ביים, אדער העכערן, מינימום געהאלט וואס ווערט צוגעשטעלט.

    אינטענסיוו סופארט עמפלוימענט: סערוויסעס וועלכע העלפן מענטשן באקומען און אנהאלטן קאנקורירנדע ארבעט ביים, אדער העכערן, מינימום געהאלט. אינדיווידועלע עמפלוימענט סופארט סערוויסעס זענען פערזענליך צוגעפאסט, פערזאן-געצילטע סערוויסעס וועלכן שטעלן צו פאר די אנטיילנעמער אנגייענדע סופארט צו לערנען נייע פעאיגקייטן צו קענען אנהאלטן א פאסטן אין א קאנקורירנדע עמפלוימענט אדער זעלבסט-עמפלוימענט אויסשטעל.

    אנגייענדע שטיצנדע עמפלוימענט: די סערוויס ווערט צוגעשטעלט נאכדעם וואס אן אנטיילנעמער האט ערפאלגרייך באקומען, און ווערט אריענטירט צו, א קאנקורירנדן און פאראייניגטן ארבעטספלאץ. אינדיווידועלע עמפלוימענט סופארט סערוויסעס זענען פערזענליך צוגעפאסט, פערזאן-געצילטע סערוויסעס וועלכן שטעלן צו פאר די אנטיילנעמער אנגייענדע סופארט צו לערנען נייע פעאיגקייטן צו קענען אנהאלטן א פאסטן אין א קאנקורירנדע עמפלוימענט אדער זעלבסט-עמפלוימענט אויסשטעל.