Affinity Health Plan

  • Enriched Health
  • לייענען אין: ענגליש | שפּאַניש | כינעזיש | רוסיש | ייִדיש  

    אום יולי 1, 2016, וועט Affinity Health Plan אריינפירן א נייע HARP (Health and Recovery Plan) ליניע פון ביזנעס. דער פלאן וועט גערופן ווערן Enriched Health. בארעכטיגונג פאר Enriched Health איז באזירט אויף א מעמבער'ס פריערדיגער באנוץ פון גייסטישע געזונטהייט און סובסטאנץ אביוז סערוויסעס. די נייע HARP אנטהאלט אלע פון די ביהעוויארעל העלט סערוויסעס וואס זענען אריבערגעפירט געווארן צו מענעדזשד קעיר אום 10/1/15, אין צוגאב צו נאך סערוויסעס וואס זענען באקאנט אלס האום און קאמיוניטי באזירטע סערוויסעס (HCBS).

    • פארוואס האב איך באקומען א בריוו?

      איר האט באקומען דעם בריוו ווייל איר זענט איינגעשריבן אין Medicaid. מען האט אייך געשיקט דעם בריוו כדי אייך איינצומעלדן איבער ענדערונגען אין NY סטעיט'ס Medicaid פראגראם און ווי אזוי זיי קענען אייך העלפן.

      אויך, אויב האט איר באקומען א HARP בארעכטיגונג בריוו, איז דאס אייך צו לאזן וויסן וועגן נאך סערוויסעס וואס זענען באקאנט אלס היים און קאמיוניטי באזירטע סערוויסעס, אדער HCBS. בארעכטיגונג פאר HARP און HCBS איז באזירט אויף אייער באנוץ פון סערוויסעס אין די פארגאנגענהייט.

    • וואס זענען די ענדערונגען צו Medicaid?

      עס ווערט איינגעפירט א נייע פלאן וואס רופט זיך Enriched Health. עס אנטהאלט אלע בענעפיטן וואס איר האט שוין מיט Medicaid, אין צוגאב צו אנדערע סופארט סערוויסעס פאר מענטשן וועלכע זענען קוואליפיצירט, אזוי ווי הילף מיטן טרעפן א פאסטן אדער האוזינג, אדער עדיוקעישאן סופארט, פאמיליע סופארט, קריזיס קעיר, אדער אייך העלפן זיין דאס געזונטסטע וואס איר קענט זיין.

    • ווי אזוי קען איך אויסגעפינען אויב איך בין בארעכטיגט?

      די סטעיט האט ספעציפישע געזעצן ביים זיך אנשליסן אין א HARP. איר האט געדארפט באקומען א בריוו וואס ערקלערט ווי אזוי מען האט אייך אויסגעוועלט פאר דעם נייעם פראגראם.

    • מוז איך זיך אנשליסן?

      ניין. זיך איינשרייבן איז פרייוויליג.

    • אויב איך וועל אויס נישט אנטיילצונעמען, קען איך זיך אנשליסן שפעטער?

      אזוי לאנג ווי איר קומט נאך די פאדערונגען, קענט איר זיך אנשליסן שפעטער.

      פונדעסטוועגן, האט ניו יארק סטעיט געזאגט אז עס וועלן זיין צייט-אפשניטן פאר אפענע איינשרייבונג אדער ענדערונגען וועלכע קענען באגרעניצן ווען איר קענט זיך אנשליסן. מיר רעקאמענדירן אז איר זאלט זיך פארבינדן מיט די ניו יארק Medicaid Choice (Maximus) כדי אויסצוגעפינען איבער די קומענדיגע איינשרייבונג צייט-אפשניטן.

    • אויב איך שליס זיך אן אין א HARP זענען מיינע קינדער אויך בארעכטיגט פאר די צוגאבע בענעפיטן\סערוויסעס?

      עס וועלן נישט זיין קיין שום ענדערונגען צו אייער קינד'ס בענעפיטן. פונדעסטוועגן, וועלן זיי נישט קענען נוצן די אנדערע סערוויסעס און זיי וועלן נישט זיין קיין Enriched Health מעמבער.

    • ווי אזוי קוואליפיציר איך פאר א HARP?

      Enriched Health בארעכטיגונג איז באזירט אויף א מעמבער'ס פריערדיגע באנוץ פון געוויסע סערוויסעס. געוויסע מעמבערס זענען אנערקענט געווארן אלס מענטשן וועלכע קענען געניסן פון צוגאבע סערוויסעס זיי צו העלפן עררייכן זייערע געזונטהייט צילן.

    • ווי אזוי באקום איך די סערוויסעס אויב איך באשליס אז איך וויל זיי באקומען?

      איר קענט זיך פארבינדן מיט Beacon Health Options און זיי קענען אייך העלפן.

    • ווער קאארדינירט מיינע סערוויסעס? איז דא געוויסע מענטש וועמען איך דארף רופן?

      איר זענט בארעכטיגט אז העלט האום סערוויסעס זאל קאארדינירן אייער העלט קעיר. איר האט א ברירה אויסצואוועלן אין וועלכע העלט האום זיך איינצושרייבן. וויבאלד איר באשליסט, דארפט איר באקומען א באגריסונגס בריוו פון העלט האום וועלכע שילדערט ווי אזוי זיי קענען אייך העלפן מיט אייערע געזונטהייט צילן.

      אויב זענט איר שוין איינגעשריבן אין א העלט האום, וועט איר זיי נאך אלס נוצן צו קאארדינירן אייער קעיר. אויב זענט איר נישט איינגעשריבן אין א העלט האום, דארפט איר אויספאלגן דעם זעלבן פראצעדור ווי איר טוט היינט.

      אויך זענען פארהאן קעיס מענעדשערס ביי אייער העלט פלאן וועלכע קענען צושטעלן עקסטערע הילף צו קאארדינעיטן אייער קעיר.

    • וואס איז א העלט האום?

      א העלט האום איז א צענטראלע פונקט פון קאנטאקט און קאארדינאציע פאר אייערע העלט קעיר געברויכן. עס זענען דא קעיס מענעדשערס וועלכע ארבעטן מיט אייך און אייערע דאקטוירים זיכער צו מאכן א איר באקומט די סערוויסעס וואס איר דארפט און ווילט האבן. עס זענען דא געוויסע באדינגונגען וואס איר דארפט נאכקומען כדי צו זיין בארעכטיגט פאר א העלט האום.

    • וואס מיינט עס מיר העלפן טרעפן א פאסטן?

      פאר Enriched Health מעמבערס, זענען פארהאן סערוויסעס וועלכע שטעלן צו עדיוקעישאן און דזשאב טרענירונג כדי אייך צו העלפן עררייכן אייערע ארבעטס צילן. די סערוויסעס וועלן זיין באזירט אויף ענטפערס צו פראגן וואס אייער העלט האום פילט אויס מיט אייך. די סערוויסעס וועלן זיין גרייט אנגעהויבן פון אקטאבער 2016.

    • וואספארא האוזינג הילף קען איך באקומען?

      העלט האום מעמבערס קענען זיך איינגעבן פאר און באקומען האוזינג. פאר Enriched Health מעמבערס, זענען דא נאך סערוויסעס אייך צו העלפן זיך איינגעבן פאר פערמענאנטע האוזינג אריינגערעכנט פארשידענע סארטן אסיסטעד האוזינג. די סערוויסעס וועלן זיין באזירט אויף ענטפערס צו פראגן וואס אייער העלט האום פילט אויס מיט אייך. די סערוויסעס וועלן זיין גרייט אנגעהויבן אקטאבער 2016.

    • וועלכע סארט עדיוקעישאן סופארט וואלט איך באקומען?

      מיט Enriched Health, ווערן מעמבערס צוגעשטעלט נאך ארבעטס טרענירונג כדי זיי צו העלפן דערגרייכן זייערע ארבעטס צילן. די סערוויסעס וועלן זיין באזירט אויף ענטפערס צו פראגן וואס אייער העלט האום פולט אויס מיט אייך. די סערוויסעס וועלן זיין גרייט אנגעהויבן אקטאבער 2016.

    • וואס מיינט פאמיליע סופארט און טרענירונג?

      עס איז וויכטיג אז מיטן אייך העלפן, זאל אייער פאמיליע אויך געהאלפן ווערן. עס זענען דא אנדערע סערוויסעס פאר Enriched Health- און SNP/HCBS-בארעכטיגטע מעמבערס וועלכע וועלן העלפן אייער פאמיליע אייך שטיצן בשעת איר דערגרייכט אייערע געזונטהייט צילן. די סערוויסעס וועלן זיין באזירט אויף ענטפערס צו פראגן וואס אייער העלט האום פולט אויס מיט אייך. די סערוויסעס וועלן זיין גרייט אנגעהויבן אקטאבער 2016.

    • וועלכע סארט קריזיס סערוויסעס זענען אוועילעבל?

      פאר אלע Medicaid –איינגעשריבענע מעמבערס, זענען די סערוויסעס געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס גייען דורך שוועריקייטן אין זייער טעגליכע לעבן, וועלכע פארלאנגען באהאנדלונג אין א רעזידענשל-סארט פלאץ אינדרויסן פונדערהיים. דאס איז א סערוויס וואס ווערט אנגערופן קריזיס רעספיט וואס שטעלט צו פריינט און קליניקל סופארט, און א סערוויס וואס ווערט אנגערופן אינטענסיוו קריזיס רעספיט וואס שטעלט צו עקסטערע קליניקל סופארט. די סערוויסעס וועלן זיין באזירט אויף ענטפערס צו פראגן וואס אייער העלט האום פולט אויס מיט אייך.

    • וואס איז אסערטיוו קאמיוניטי באהאנדלונג?

      ACT סערוויסעס זענען גרופעס פון מענטשן וועלכע קומען פון פסיכיאטריע, נורסינג, פסיכאלאגיע, סאשעל ווארק, סובסטאנץ אביוז און ארבעטס ריהעביליטעישן וועלכע ארבעטן אינאיינעם צוצושטעלן פאר עמיצן קאמבינירטע סערוויסעס באזירט אויף יענעמ'ס צילן. אזוי ווי די צילן ענדערן זיך, ווערן די סערוויסעס צוגעפאסט צו שטיצן דעם מענטש'ס טוישנדע געברויכן. אן ACT גרופע ארבעט מיט אייך אינדרויסן פונעם קליניק. זיי קענען קומען צו אייך אינדערהיים, ביי אייער ארבעט אדער אן אנדערע פלאץ. סיי וואס עס טויג דאס בעסטע פאר אייך. העלט האומס העלפן מעמבערס מיט זיך איינגעבן פאר און באקומען האוזינג.

    • וואס זענען פערזענליכע ערהוילונג אריענטירטע סערוויסעס (Personalized Recovery Oriented Services)?

      די PROS פראגראם איז געמאכט פאר מענטשן מיט ערנסטע גייסטישע קראנקהייט. עס האט פיר (4) טיילן:

      1. קאמיוניטי רעהאביליטעישן און סופארט העלפט מענטשן זיך באפאסן מיט זייער קראנקהייט און צוריקשטעלן פעאיגקייטן כדי צו קענען וואוינען אין די קאמיוניטי.
      2. אינטענסיוו ריהעביליטעישן העלפט מענטשן עררייכן א ספעציפישע ציל אין א ספעציפישע געביט, ווי למשל עדיוקעישאן. מען קען עס אויך נוצן צו פארמיידן פון צוריקפאלן צו אלטע, שלעכטע געוואוינהייטן.
      3. אנגייענדע ריהעביליטעישן העלפט מענטשן זיך באפאסן מיט זייערע סימפטאמען אינעם ארבעטספלאץ.
      4. קלינישע באהאנדלונג סערוויסעס העלפן סטאביליזירן, קאנטראלירן אדער פארבעסערן א מענטש'ס סימפטאמען.

      די אלגעמיינע צילן פון די PROS פראגראמען זענען צו פארבעסערן אויפפירונג, פארמינערן צוריקפאלן, העכערן ארבעטס ראטע, באקומען אן עדיוקעישאן און טרעפן די בעסטע האוזינג.

    • וואספארא סארט אוטפעישאנט סערוויסעס אנטהאלט דאס?

      אלע אוטפעישאנט סערוויסעס וועלכע זענען גרייט פאר אייך היינט זענען גרייט פאר אייך פאר אלע פראגראמען. דאס רעכנט אריין: אוטפעישאנט צוריקציאונג סערוויסעס, אפיאויד (פעין ריליף) באהאנדלונג, סובסטאנץ אביוז רעהאב, אוטפעישאנט גייסטישע געזונטהייט באהאנדלונג, און פילע אנדערע סערוויסעס. איר קענט רופן א peer advocacy center פאר מער אינפארמאציע. איר וועט אויך באקומען א נייע מעמבער האנטביכל וועלכע אנטהאלט די צוגעלייגטע אוטפעישאנט סערוויסעס.

    • וועלכע רעהאביליטאציע\רעזידענשל סערוויסעס זענען געדעקט?

      Medicaid און HARP: עס איז דא ברייט-פארצווייגטע פסיכיאטרישע באהאנדלונג, סובסטאנץ אביוז רעהאביליטאציע, PROS געצילט אויף פארבעסערן אויפפירונג, פארמינערן צוריקפאלן, העכערן ארבעטס ראטע, באקומען אן עדיוקעישאן און טרעפן די בעסטע האוזינג. עס זענען דא אנדערע פריינט שטיצע און סערוויסעס באזירט אויף אייערע געברויכן. איך קען זען אז א קלינישאן זאל זיך ווענדן צו אייך אויב איר ווילט איבערשמועסן אייערע ספעציפישע אומשטענדן.

      HARP: עס זענען פארהאן אנדערע פראגראמען וועלכע צילן אויף פסיכא-סאשאל רעהאביליטאציע, און קאמיוניטי פסיכיאטרישע שטיצע. די פראגראמען פאר וועלכן איר וואלט קוואליפיצירט ווערן באשטימט באזירט אויף אן אפשאצונג. מען וועט אייך צושטעלן א העלט האום באהאנדלונג פארוואלטער, וועלכער וועט זיך ווענדן צו אייך אויסצופולן דעם אפשאצונג.

    • ווער באצאלט פאר מיינע סערוויסעס?

      אייער באהאנדלונג איז געדעקט אזוי ווי עס איז היינט. מען וועט אייך נישט רעכענען פאר אייער באהאנדלונג.

    • דארף איך האבן א רעפערל פון מיין PCP כדי צו באקומען די סערוויסעס?

      ניין. כדי צו באקומען די צוגאבע סערוויסעס, דארף ניו יארק סטעיט אייך אידענטיפיצירן אלס עמיצער וואס דארף דאס האבן, אדער קען אייער דאקטער פארשלאגן אז איר קוואליפיצירט. מען וועט אייך צושטעלן א העלט האום באהאנדלונג פארוואלטער איבערצוגיין אייערע געברויכן און צו העלפן קאארדינירן אייער באהאנדלונג.

    • קען איך האבן אלע מיינע אלטע סערוויסעס פלוס סיי וועלכע פון נייע וואס ווערן צוגעשטעלט וואס איך וויל?

      די צוגאבע HCBS סערוויסעס זענען נאר אוועילעבל פאר מעמבערס וועלכע ניו יארק סטעיט האט אידענטיפיצירט אלס עמיצער וואס דארף דאס האבן. מען וועט אייך צושטעלן א העלט האום באהאנדלונג פארוואלטער איבערצוגיין אייערע געברויכן און צו העלפן קאארדינירן אייער באהאנדלונג.

    • וואס איז א פלאן פון קעיר? וואס טוט דאס פאר מיר?

      א פלאן פון קעיר איז א ספעציעל געמאכטע וועג אייך צו העלפן עררייכן אייערע צילן. עס ווערט געמאכט דורך אייער העלט האום באהאנדלונג פארוואלטער צו זען וועלכע סערוויסעס איר דארפט האבן.

    • אויב איך קוואליפיציר נישט, ווי אזוי ווער איך קוואליפיצירט? וואס זענען די באדינגונגען זיך אנצושליסן?

      אנטיילנעמער ווערן קוואליפיצירט באזירט אויף זייער היסטאריע פון סערוויסעס וואס זיי האבן גענוצט און אויף זייערע יעצטיגע געברויכן. צו באקומען ספעציפישע איינצלהייטן, ביטע רופט: 1-844-HARP-999